מאסקווע – דער קרעמלין האט נעכטן געמאלדן, אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט טעלעפאנירט דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ און אים באדאנקט איבער דעם וואס די אמעריקאנער סי-איי-עי שפיאנאזש אגענטור האט געהאלפן אפשטעלן א טעראר אטאקע אויף א קירכע אין דער שטאט סט. פיטערסבורג.

לויט ווי די אויטאריטעטן דערציילן, האט די סי-איי-עי אריבערגעשיקט שפיאנאזש אינפארמאציע פאר די רוסישע לאו-ענפארסמענט באאמטע, איבער א גרופע אייסיס סימפאטיקער וועלכע געפינען זיך אין סט. פיטערסבורג און זענען ביי די לעצטע שטאפלען פון דורכפירן אן אטאקע, און א דאנק דעם זענען די פארדעכטיגטע צייטליך ארעסטירט געווארן.

"דער רוסישער פרעזידענט האט באדאנקט זיין אמעריקאנער קאלעגע פאר דער אינפארמאציע וואס איז אריבערגעשיקט געווארן פון דער סי-איי-עי" – האט דער קרעמלין מעסעדזש זיך געלייענט, און עקספערטן זאגן אז דאס איז א פרעצעדענטלאזע און אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, נאכדערצו יעצט ווען באציאונגען צווישן אמעריקאנער און רוסלאנד זענען שטארק אנגעצויגן.

בילד: סי-איי-עי געהאלפן רוסישע רעגירונג אפשטעלן אייסיס אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל