וואשינגטאן – עטליכע מידיא קוועלער האבן נעכטן איבער'ן טאג באריכטעט, אז פרעזידענט טראמפ פלאנירט אן אויפשאקלונג אינערהאלב זיין קאבינעט, וויבאלד ער וויל פטור ווערן פון סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, היות אין דער לעצטער שטיק צייט האט זיך צווישן די צוויי אנטוויקלט אן אנגעצויגנקייט.

די באריכטן צייגן אז טראמפ וועט ארויסווארפן טילערסאן, און נעמען דעם אמטירנדן סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא אלס נייער סעקרעטערי אוו סטעיט, דאן וועט טראמפ נאמינירן דעם רעפובליקאנער סענאטאר טאם קאטאן, א שטארקער פארטיידיגער פון טראמפ אויף קעפיטאל הילל, אלס נייער סי-איי-עי דירעקטאר.

טילערסאן און טראמפ האבן זיך לעצטנס געטראפן אין א געפעכט, נאכדעם וואס באריכטן האבן געצייגט אז טילערסאן האט אין א שמועס באצייכנט טראמפ אלס אן אידיאט, און אויסער דעם האט טראמפ געטשעפעט טילערסאן' אין פובליק, זאגנדיג אז ס'איז לעכערליך וואס ער פרובירט דיפלאמאטיע מיט צפון קארעא.

לויט די באריכטן, האט דער ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי אויסגעארבעט אז דער מאכט-איבערגאנג אינעם סטעיט דעפארטמענט און אין סי-איי-עי זאל גיין וואס מער גלאטיג, און עס וועט פאסירן אין די נאענטע וואכן. פריינט פון טילערסאן זאגן אז ער האט סייווי געפלאנט אפצוטרעטן נאך איין יאר אין אמט.

בילד: פרעזידענט טראמפ פלאנירט קאבינעט אויפשאקלונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל