די אמעריקאנער אמבאסאדע האט געמאלדן אז אלע אקטיוויטעטן וועלן באנייט ווערן נאכדעם וואס זינט אקטאבער האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין וויזעס פאר טערקישע בירגער צוליב דעם וואס אן ארבייטער אין די קאנסולט איז ארעסטירט געווארן דורך די טערקישע אויטאריטעטן. דער באאמטער איז ארעסטירט געווארן צוליב אנגעבליכע פארבינדונגען וואס ער האט געהאט מיט דעם טערקישן-אמעריקאנעם גייסטליכער פאלודשע גולאן, און דער טערקישער פרעזידענט האט דאס גענוצט פאר א פראפאגאנדע אז אמעריקע איז געשטאנען אונטער דעם דורכגעפאלענעם פוטש פארזוך מיט א יאר צוריק. די סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז די אקטיוויטעטן זענען באנייט געווארן נאכדעם וואס די טערקישע רעגירונג האט געגעבן א פארשפרעכונג אז זיי וועלן רעספעקטירן דעם סטאטוס פון די ארבייטער אינעם קאנסולאט און זיי נישט ארעסטירן אדער אויספארשן, אבער גלייכצייטיג קומען נאך פאר געשפרעכן צווישן אמעריקע און טערקיי איבער 11 אמעריקאנער בירגער וועלכע געפונען זיך אין טערקישער ארעסט איבער פאליטיש פארבינדענע פארלעצונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל