דער מאסאטשוסעטס סעקרעטערי אוו סטעיט איז אינטערעסירט צו הערן געדאנקען וואס צו טאן, אז דער פריימערי-טאג פונעם וואלן-סעזאן קומענדיגן נאוועמבער זאל נישט אפגעהאלטן ווערן אין יום כיפור.

די פריימעריס אין מאסאטשוסעטס ווערן געווענליך אפגעהאלטן מיט זיבן וואכן איידער די וואלן, אבער היי-יאר געפאלט דער טאג, סעפטעמבער 18, אויס ערב יום כיפור.

דאס סטעיט-געזעץ פארלאנגט אפצושטופן דעם פריימערי-טאג, אויב פאלט ער אויס אין א חגא, אדער, להבדיל, א יום-טוב, און דער סעקרעטערי אוו סטעיט האט גערופן די עפנטליכקייט אויפצוברענגען פארשלאגן וויאזוי צו באהאנדלען די זאך.

בילד: מאסאטשוסעטס וויל אפשטופן פריימערי-טאג צוליב יום כיפור

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל