ניו יארק – אויטאריטעטן אין פילע שטעט איבער'ן לאנד זאגן, אז מען זאל דערווארטן אז אויפ'ן גאנצן ווינטער וועט די קאסטן פון הייצונג זיין פיל העכער ווי פאראיאר, און דאס איז נישט נאר צוליב די שווערע פרעסטן וואס האבן זיך אראפגעלאזט אין די יעצטיגע טעג, נאר פשוט ווייל די פרייזן פאר ענערגיע זענען געשטיגן. נאטורליכע גאז הייצונג איז געשטיגן מיט 12 פראצענט, אויל הייצונג מיט 17 פראצענט, פראפעין הייצונג מיט 18 פראצענט, און עלעקטעריציטעט הייצונג מיט 8 פראצענט. אין דער זעלבער צייט איז אבער דא גוטע נייעס פאר נידריגע פארדינער, אז די פעדעראלע הילפס פראגראמען צו באצאלן הויכע הייצונג בילס גייט ווייטער אן, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט דערפאר3 ביליאן דאלאר, טראץ'ן סטראשען קודם צו עלימינירן די הילפס געלטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל