בעלגיע – א פרישער ריס איז אנטשטאנען צווישן דעם אייראפעאישן פאראיין און די טערקישע רעגירונג, ווען אייראפע האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט שניידן אזויפיל ווי 175 מיליאן יורא וועלכע איז אוועקגעלייגט געווארן פאר טערקיי אויף קומענדיגן יאר. טערקיי ארבעט שוין עטליכע יאר צו געווינען מיטגלידערשאפט אינעם אייראפעאישן יוניאן, און פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט עס געמאכט אלס א הויפט ציל צו עררייכן, אבער אין די לעצטע מאנאטן האבן אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן אויסדרוקן ערנסטע זארג איבער מענטשן-רעכט פארלעצונגען וואס ערדאון'ס רעגירונג באגייט, זאגנדיג אז דאס וועט זיין א שטארקע שטער אין טערקיי'ס פרואוו צו ווערן א מיטגליד אינעם יוניאן. די אייראפעאישע לענדער האבן אינאיינעם אוועקגעלייגט א פאר הונדערט מיליאן יוראס צו העלפן טערקיי אויספאלגן אלע זאכן וואס פאדערט זיך צו קענען ווערן א יוניאן מיטגליד, אבער זייענדיג אנטוישט איבער דעם שוואכן פארשריט וואס טערקיי מאכט, האט די יוניאן געמאלדן אז זי וועט שניידן 175 מיליאן יוראס פון דער ספעציעלער קאסע. באזונדער וועט דער יוניאן מעגליך בלאקירן פארשידענע הלוואות אין ווערד פון 3.5 ביליאן יוראס פאר טערקיי.

בילד: טערקיי און אייראפע, פרישע ריס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל