אן אנליין געלט-אקציע לטובת דער משפחה פונעם שרעקליכן פייער פארגאנגענעם חנוכה אין פלעטבוש האט אויפגעטריבן איבער 550-טויזנט דאלאר אין לויף פון אכט טעג.

ניין נפשות -- די עלטערן, זייערע זעקס קינדער, און א קרוב -- האבן זיך געפונען אין הויז ווען ס'איז פארכאפט געווארן אין העלישע פלאמען אינמיטן דער פארגאנגענער נאכט, פון א פייער וואס האט זיך בליץ-שנעל צעשפרייט איבער'ן גאנצן בנין.

א שכן וואס האט באמערקט די פייער-צינגען האט אלארמירט די פייערלעשערס, וועלכע האבן זיך באוויזן ביז מינוטן און פרובירט זיך אריינרייסן אין הויז און ארויסשלעפן די איינוואוינערס.

ליידער איז עס שוין געווען צו שפעט, און די מאמע מיט דריי קינדער -- אן עלף-יעריג יונגל, א זיבן-יעריג יונגל, און א דריי-יעריג מיידל -- זענען שוין נישט געווען בין החיים ווען די פייערלעשערס זענען אנגעקומען צום צווייטן שטאק.

דער טאטע מיט צוויי קינדער, א זעכצן-יעריג מיידל און א פופצן-יעריגער בחור, זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד. די צוויי קינדער זענען אראפגעשפרינגען פון דאך, נאכ'ן זיך אויפוועקן פון די פייער-אלארמען און זען אז דאס גאנצע הויז איז אין פלאמען און ס'איז אוממעגליך ארויסצולויפן.

דער קאמפיין, וואס קומט מיט'ן ציל פון אויפטרייבן פאנדן צו העלפן די איבערלעבערס, איז אונטערגענומען געווארן דורך הרב דוד אוזרי, דער רב פונעם פאטער, וועלכער האפט אויפצוטרייבן א מיליאן דאלאר.

געלט-אקציע פאר משפחה פון פלעטבוש-פייער טרייבט אויף 550-טויזנט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל