ארעגאן – א טייערע קאר, וועלכע איז גערויבט געווארן מיט ארום 27 יאר צוריק פון איר אייגנטימער, איז אפגעפונען געווארן עטליכע טעג צוריק דורך א צופאל. די רעדע איז פון א טייערער "פּאָרש 924" אויטא, וועלכע איז גערויבט געווארן אום יאנואר 20 יאר 991' פון א פארקינג לאט אין מעדפארד, ארעגאן. די פאליציי האבן דאן געעפנט א גרונטליכע אויספארשונג, אבער מיט'ן זוכן וואו זיי האבן נאר געקענט, איז דער גערויבטער קאר נישט אפירגעקומען, ביז יעצט, 27 יאר שפעטער, ווען א מאן האט שפאצירט נעבן א וואלד אין סענטראל פוינט, ארעגאן, מיט זיין הינטל, ווען דאס הינטל איז אריינגעלאפן אין וואלד און דער מאן איז אים נאכגעגאנגען, אראפ א גאר טיפן טאל, און אינעם טאל האט דער מאן באמערקט די טייערע אלטע אויטא ליגן איבערגעדרייט. די לאקאלע שעריף באאמטע האבן געזאגט אז זיי וועלן צוריקעפענען דעם קעיס, אבער זיי זענען נישט זיכער אז זיי וועלן נאך באוויזן ארויסצושלעפן דעם אויטא פונעם טיפן טאל.

בילד: אפגעפונען קאר גערויבט מיט 27 יאר צוריק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל