דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער האט פארעפנטליכט נעכטן צום ערשן מאל א באשטעטיגונג אז דער באליבטער יאפאנעזער עמפאראר אקיהיטא וועט אפטרעטן פון זיין אמט אפריל 30 אין יאר 2019, און וועט דערמיט זיין דער ערשטער עמפאראר וועלכער טרעט אפ פון די מאכט ביים לעבן, ער וועט ערזעצט ווערן דורך זיין זון קרוינפרינץ נארוהיטא וועלכער פירט שוין יעצט אויס פארשידענע פונקציעס וועלכע ער האט איבערגענומען פון זיין פאטער, ער וועט זיין די 126סטער עמפאראר פון יאפאן.

אקיהיטא איז שטארק געשעצט אין יאפאן, און האט געשפילט א שטארקע ראלע אין פארעמען דאס לאנד נאך איר טאטאלע צוזאמענברוך אין ליכט פון די צווייטע וועלט קריג, אנדערש ווי זיין פארגייער איז אקיהיטא א פעציפיסט און איז קעגן מלחמות און האט שטענדיג אפעלירט אז יאפאן זאל ארויסשטיין פון וועלטס קאנפליקטן, אקיהיטא האט שוין געמאלדן צוריק אין אויגוסט 2016 איבער זיין ווילן צו אפטרעטן פונעם טראן, אבער הערשט יעצט האט ער באקומען די באשטעטיגונג פון די רעגירונג און עס איז באשטימט געווארן א דאטום.

בילד: יאפאנזער עמפאראר וועט אפטרעטן פון אמט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל