דער חגאות-סעזאן האט אפגעצייכנט א גרויסע הצלחה פאר ריטעיל-געשעפטן איבער'ן לאנד, וועמענס פארקויפן האבן דורך דעם חגאות-סעזאן געזען א וואוקס פון כמעט פינף פראצענט העכער ווי פאראיאר אזא צייט, וואס איז דער גרעסטער שפרינג זינט 11'.

טראץ דעם וואס א סך געשעפטן האבן זיך פארשלאסן דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר, זענען די פארקויפן פארט געשטיגן מיט א באדייטנדן ציפער.

אויך אנליין-סעילס האבן געהאט א סוקסעספולן סעזאן, און דער ציפער פון אינטערנעט-פארקויפן איז געשטיגן מיט איבער אכצן פראצענט זינט פאראיאר.

בילד: אמעריקאנער ריטעיל מארקעט אין גרעסטן שפרינג זינט 2011 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל