פארטא ריקא – פרייטאג איז אפגעצייכנט געווארן גענוי הונדערט טעג פון ווען האריקעין מאריא האט באטראפן פארטא ריקא, און די אויטאריטעטן זאגן אז מער ווי העלפט איינוואוינער פונעם אינזל האבן נאכנישט קיין לעקטער. פארטא ריקא גאווערנאר ריקארדא ראסעלא זאגט אז לויט די יוטיליטי באאמטע זענען נאך 55 פראצענט פונעם אינזל אונטער א קורצשלוס, און ראסעלא זאגט אז ער וועט נאכאמאל אראפקומען קיין וואשינגטאן, צו בעטן מער הילף פון דער פעדעראלער רעגירונג. ראסעלא האט אויך באשטעטיגט אז ער האט פארארדענט אן אויספארשונג איבער דעם וואס די צאל טויטפעלער זענען נישט געהעריג צוזאמגערעכנט געווארן, וויבאלד פרישע באריכטן צייגן אז די צאל אומגעקומענע פון האריקעין מאריא אין פארטא ריקא זענען געווען מער ווי טויזנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל