די אמעריקאנער "דעלטא"-עירליין האט געשלאסן אן אפמאך מיט דער אייראפעאישער עראפלאן-פירמע "עירבאס", אויף הונדערט נייע דזשעט-פליגערס פונעם נייעם A320 "ניאָ" מאדעל, פאר א סך הכל פרייז פון 12.7-ביליאן דאלאר.

דער נייער סארט עראפלאן, וואס פארמאגט 197 זיצן, איז מער שפארעוודיג מיט'ן גאזאלין-באניץ, און וועט אויך צושטעלן מער פלאץ פאר זיצן ווי אויך אוועקצולייגן וואליזקעס און האנט-טאשקעס העכער די זיץ-ערטער. די עראפלאנען וועלן אויך זיין אויסגעשטאט מיט שנעלן וויי-פיי אינטערנעט.

דער מקח איז אמת'ן ווערט איבער 25-ביליאן דאלאר, אבער דעלטא האט באקומען א שיינע רעדוקציע אין פרייז צוליב דער גרויסער באשטעלונג.

די פליגערס וועלן אפגעליפערט ווערן צו דעלטא אין לויף פון דריי יאר, פון 2020 ביז 2023.

דעלטא איז אן אמעריקאנער עירליין הויפטקווארטירט אין אטאלאנטא, דזשארדזשיא, און שטעלט צו עראפלאן-רייזעס איבער'ן לאנד און מערערע ערטער איבער דער וועלט.

בילד: דעלטא קויפט פרישע 100 עירבאס פליגערס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל