אבן-עזר חולהערניג, א 35 יעריגער איד און א טאטע פון 6 קינדער, און דוד רמתי, א 70 יעריגער איד, ביידע איינוואוינער אינעם זידלונגען קרית ארבע זענען שווער פארוואונדעט געווארן אין א קאר טעראר אטאקע היינט אינדערפרי ביים אינטערסעקשאן פון גוש עציון, א פארנומענע ווענדפונקט ווי עס פארן טויזנטער ישראלים און פאלעסטינער. דער טעראריסט האט קודם אריינגעקלאפ אין רמתי וועלכע איז לייכט פארוואונדעט געווארן, און דאן איז ער געפארן ווייטער און איבערגעפארן חולהערניג, וועלכע געפונט זיך אין א גאר קריטישע צושטאנד, ער איז דאן ארויסגעקומען פון די קאר פון פרובירט צו שטעכן דעם פארוואונדעטן איד, די זיכערהייט קרעפטן האבן אבער באלד דערשאסן דעם טעראריסט און פארמיטן א ארגערע אטאקע. אזוי אויך איז  ארויפגעלייגט א בלאקאדע אויף די דארף חולחול פון וואנט ער איז ארויסגעפארן צו דורכפירן זיין אטאקע. אין אנדערע נייעס האבן די אויטריטעטן באוויזן צו אפהאלטן נאך א טעראר אטאקע ביים מערת המכפלה ווי א פאלעסטינער איז געכאפט געווארן באוואפנטערהייט אויפ׳ן וועג צו דורכפירן אן אטאקע.

בילד: צוויי אידן שווער פארוואונדעט פון טעראר אטאקע אין ארץ ישראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל