וואשינגטאן – דרייסיג מיליאן אמעריקאנער בירגער האבן נעכטן באקומען שלעכטע נייעס, נעמליך אז זיי ליידן פון הויכע בלוט פרעשור און מוזן עפעס טאן דערצו. די "אמעריקען הארץ אסאסיאציע", אינאיינעם מיט אנדערע רעספעקטירטע געזונטהייט ארגאניזאציעס, האט נעכטן פובליצירט נייע פארשריפטן, אין וועלכע זיי שרייבן אז אויב עמיצער וועט פון היינט און ווייטער האבן בלוט-פרעשור "130/80", וועט דער דאקטער שוין הייסן נעמען שריט, וואס ביז היינט האבן דאקטוירים זיך בלויז וויסנדיג געמאכט אויב עמיצנ'ס בלוט-פרעשור איז געווען פון "140/90" און העכער. אונטער די אלטע פארשריפטן, זענען בלויז געווען 32 פראצענט פון אמעריקאנער ערוואקסענע וועלכע האבן אפיציעל געליטן פון הויכע בלוט-פרעשור, וואס האט באדייטעט ארום 72 מיליאן מענטשן, אבער אונטער די נייע פארשריפטן, זענען פארהאן 46 פראצענט אמעריקאנער ערוואקסענע – א סך הכל פון 103 מיליאן מענטשן – וואס ליידן אפיציעל פון הויכע בלוט-פרעשור און דארפן עפעס טאן דערצו.

בילד: צאל בלוט-פרעשור ליידנדע וועט שטייגן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל