זימבאבווע – די דראמא אינעם אפריקאנער לאנד זימבאבווע, איז נעכטן געווארן פיל מער פארוויקלט, נאכדעם וואס דער לאנגיעריגער דיקטאטור ראבערט מוגאבי האט זיך אנטזאגט אפצוטרעטן פון אמט, טראץ וואס ער האט געהאט אנגעדייטעט אז ער גייט רעזיגנירן נאכדעם וואס זיין פארטיי האט אים ארויסגעווארפן פון פירערשאפט.

מוגאבי'ס פארטיי האט אים געגעבן 24 שעה צו רעזיגנירן, און אויב וועט ער נישט רעזיגנירן מיט גוטן, וועלן זיי אנהייבן אן אימפיטשמענט פראצעדור. נאכדעם וואס די פארטיי האט ארויסגעשטעלט דעם אולטימאטום, האט מוגאבי פאררופן די רעגירונג, זאגנדיג אז ער וויל געבן א רעדע, און עס איז געווען דערווארט אז ביי דער רעדע וועט ער מעלדן זיין רעזיגנאציע.

אבער ביים געבן די רעדע, אין זיין אפיציעלן רעזידענץ, ארומגענומען מיט זיינע מיניסטארן און עטליכע גענעראלן, האט מוגאבי אנגעוויזן אז הגם ער אנערקענט אז ס'איז דא קריטיק קעגן אים, אבער "מען טאר נישט דיקטירט ווערן פון ביטערניש און קריוודע", שליסנדיג זיין רעדע אן מעלדן זיין רעזיגנאציע, נאר מיט די בלויזע ווערטער "איך דאנק אייך און א גוטע נאכט".

אצינד אז מוגאבי האט פעסטגעשטעלט זיין פאזיציע אז ער גייט נישט רעזיגנירן, איז דערווארט אז דאס זימבאבווער מיליטער וועט ווייטער אנהאלטן זייער אומאפיציעלן פוטש, אין דער צייט וואס די זימבאבווער געזעצגעבער וועלן אנהייבן מיט'ן פראצעדור אים צו אימפיטשן.

בילד: מוגאבי אנטזאגט זיך צו רעזיגנירן פון פירערשאפט אין זימבאבווע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל