וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן, אז א נייע פאליסי איבער רייזן קיין קובא איז אריין אין אפעקט. אונטער דער נייער פאליסי, וועט זיין פאר אמעריקאנער בירגער פיל שווערער צו פארן קיין קובא, ווי עס איז געווען אין די לעצטע פאר יאר זינט באראק אבאמא האט אנגעווארימט די באציאונגען צווישן אמעריקע און קובא און אויפגעלעזט פילע פון די צוימונגען אויף טראוועל צווישן די צוויי לענדער. די נייע פאליסי פון דער טראמפ אדמיניסטראציע איז, אז סתם אינדיווידועלן וועלן נישט קענען פארן קיין קובא, נאר זיי וועלן מוזן פארן מיט אפיציעל-ארגאניזירטע טור גרופעס און יעדע פונקט פון דער גאנצער רייזע וועט זיין קאנטראלירט, אריינגערעכנט דאס אז די אמעריקאנער רעגירונג וויל נישט אז אמעריקאנער בירגער זאלן באזוכן קובאנער רעסטוראנטן, האטעלן און אנדערע פובליק ערטער. דער ציל פון דער נייער שטרענגער פאליסי איז צו לייגן דרוק אויף דער קובאנער עקאנאמיע, אז די ארטיגע רעגירונג זאל מסכים זיין צו ווערן מער דעמאקראטיש.

בילד: צוימונגען אויף אמעריקע רייזנדע קיין קובא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל