אין לאס וועגאס איז נעכטן אריין אין קראפט א פראבע פון אויטמאטישע באסעס וואס פארן אן קיין דרייווערס, אבער שוין אינעם ערשטן טאג - און אייגנטליך די ערשטע שטונדע - זענען זאכן נישט געגאנגען ווי מען האט געהאפט. און די באס איז געווארן פארמישט אין א צוזאמענשטויס. אבער איראניש איז אז די שולד איז געווען אינגאנצן אויף די דרייווער פונעם טראק וואס איז אריינגעפארן אין דעם באס.

די שאטעל וואס קען פירן 11 מענטשן איז געפארן אונטער א טראק, און ווען די טראק האט אנגעהויבן צו ארויסבעקן האט זיך די באס אפגעשטעלט, אבער דער טראק דרייווער איז אריינגעפארן פון צוריקוועגס גלייך אינעם באס וועלכע האט נישט געקענט ארויסבעקן. די פאליציי אין לאס וועגאס האבן ארויסגעלייגט א מעלדונג אז דער דרייווערלאזע באס איז נישט געווען שולדיג אינעם עקסידענט און אפילו א געניטער דרייווער וואלט דאס נישט געקענט פארמיידן.

קיין איינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין די אינצידענט, און עס ווערט אנגעוויזן אז אייגנטליך אויב וואלט א מענטש געזיצן ביים רעדל וואלט ער געקענט געשעדיגט ווערן. די אויטאמאטישער שאטל איז די ערשטע וואס ווערט פאקטיש גענוצט אין די פאראייניגטע שטאטן, און ווערט אפערירט דורך די פירמע ״וועימא״ וועלכע איז א שוועסטער פירמע פאר די טעכנאלאגיע ריז ״גוגל״

בילד: דרייווערלאזע באס פארמישע אין עקסידענט אינעם ערשטן טאג אויפ׳ן שאסיי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל