וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פרישע אויפדעקונגען ארום דער קאנטראווערסיאלער זיצונג וואס איז פארגעקומען אין יוני יאר 16' צווישן די רוסישע לאיערקע נאטאלי וועסעלניצקאיע, דאן-קאנדידאט טראמפ'ס זוהן, דאנעלד דזשוניער, מיט דער באטייליגונג פון דזשעראד קושנער און פאול מענעפארט. וועסעלניצקאיע האט געגעבן א פרישן אינטערוויו, אין וועלכע זי דערציילט אז די זיצונג צווישן איר און טראמפ דזשוניער איז מער-ווייניגער צוגעגאנגען אזוי, אז טראמפ דזשוניער האט איר געזאגט אז אויב טראמפ ווערט ערוועלט פרעזידענט, וועט ער ערנסט אין באטראכט נעמען דאס אפשאפן דעם "מאגניצקי געזעץ" (וואס איז א סעריע סאנקציעס אויף רוסישע פיגורן וואס זענען אריינגעשטעלט געווארן אין קראפט אין יאר 09'), אבער נאר אויב וועסעלניצקאיע קען עפעס געבן שמוץ אויף פרוי קלינטאן. זי דערציילט אז בעפאר דער זיצונג האט זי געשיקט פאר טראמפ קאמפיין באאמטע אן אימעיל, זאגנדיג אז זי האט מעגליך באווייזן אז די "זיף" פאמיליע, רייכע דעמאקראטישע ביישטייערער, מיידן אויס פון צאלן אמעריקאנער שטייערן אויף זייערע רוסישע אינוועסטמענטס, און ביי דער זיצונג האט טראמפ דזשוניער געפרעגט איבער די באווייזן, זאגנדיג אז ער איז בעיקר אינטערעסירט צו זען דאקומענטן וואס צייגן אז די געלטער וואס די זיף פאמיליע האט פארדינט אומלעגאל איז געגאנגען צום קלינטאן קאמפיין קאסע. ווען זי האט געזאגט אז זי האט נישט די באווייזן, האט טראמפ דזשוניער פארלוירן אינטערעסע און די זיצונג האט זיך געענדיגט.

בילד: וועסעלניצקאיע רעדט איבער טראמפ דזשוניער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל