אלבאני – די ניו יארק סטעיט געזונטהייט דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן אז עס איז שוין אפיציעל אריין אין קראפט א ניי געזעץ, וועלכע שטעלט שטארקע צוימונגען אויף "וועיפּן" — דאס הייסט רויכערן עלעקטראנישע ציגארעטלעך — אינעווייניג אין געביידעס. דאס געזעץ איז אדאפטירט געווארן דורכן סטעיט לעגיסלאטור פארלאפענעם יוני, אויסצוברייטערן דאס עקזיסטירנדע "ניו יארק ריינע לופט" געזעץ, אז נישט נאר וואס מען מעג נישט רויכערן אינעווייניג אין פובליק געביידעס געהעריגע ציגארעטלעך, נאר מען טאר אויך נישט רויכערן עלעקטראנישע ציגארעטלעך אין די זעלבע געביידעס. אונטער'ן נייעם געזעץ, וועלכע איז נעכטן אריין אין קראפט, טאר מען מער נישט נוצן קיין עלעקטעראנישע ציגארעטלעך אין ארבעטס געביידעס, אויף פובליק טראנספארטאציע, צי א סאבוועי באן אדער סיטי באס, און אין אנדערע פובליק ערטער.

בילד: "וועיפּינג" איינגעצוימט לענגאויס ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל