מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, האט נעכטן אונטערגעשריבן און אריינגעשטעלט אין קראפט א געזעץ וועלכע וועט ערלויבן די רעגירונג צו פארלאנגען פון אינטערנאציאנאלע מידיא ארגאניזאציעס און אויסלענדישע זשורנאליסטן, אז זיי זאלן זיך אפיציעל רעגיסטרירן אלס "אויסלענדישע אגענטן". דאס באדייט אז אלע וועלכע ארבעטן פאר אויסלענדישע מידיא אגענטורן, אריינגערעכנט די סאמע גרעסטע אמעריקאנער צייטונגען און נייעס סטאנציעס וועלכע פארמאגן אפיסעס אין רוסלאנד'ס הויפטשטאט מאסקווע, וועלן פון היינט און ווייטער האבן גאר ערנסטע שוועריגקייטן ביים זיך וועלן ארומדרייען אין די רוסישע שטעט, וויבאלד וואו אימער זייער אידענטיפיקאציע קארטלעך וועט פארלאנגט ווערן, וועט ארויפקומען אז זיי זענען אויסלענדישע, און פיינטליכע, אגענטן.


בילד: פוטין באשטעטיגט אנטי-מידיא געזעץ

דער גאנצער פרישער פלאן פון דער רוסישער רעגירונג, קומט אלס נקמה צו דעם וואס די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג האט געצוואונגען "רוסלאנד טודעי", די רוסישע רעגירונג-געספאנסערטע מידיא אגענטור אין אמעריקע, זיך צו רעגיסטרירן אלס אויסלענדישע אגענטור.

בילד: אמעריקע האט געצווינגען אר.טי. (רוסלאנד טודעי) זיך צו רעגיסטרירן אלס אויסלענדישע אגענטור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל