נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמלאדן אז אמעריקע ציהט זיך ארויס פון די אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן דורך אלע וועלט לענדער צו רעדוצירן לופט פארגיפטיגונג און קלימאט טויש דורך איינפירן געוויסע רעגולאציעס אויף די אינדוסטריעס, און דערמיט זיך אנגעשלאסן אין די צוויי אנדערע לענדער וועלכע זענען די איינציגע נישט צו זיין א טייל פון די אפמאך, דאס זענען געווען סיריע און ניקאראגווע. 

אבער זינט דעמאלטס האט זיך שוין ניקאראגווע אנגעשלאסן, און נעכטן האט סיריע געמאלדן אז זי וועט זיך אויך אנשליסן אין די פאריזער אפמאכן, און האט ביי א סאמיט אין דיישטאלנד אונטערגעשריבן דעם אפמאך מיט אלע וועלט לענדער. און אזוי אויך האבן געזעצגעבער אין די הויפטשטאט דמשק דורכגעפירט א געזעץ וועלכע באשטעטיגט אז די פאריזער פארשריפטן זענען בינדענד.

באזונדער איז היינט באקאנט געווארן אז אין בעפארברייטונג צו נאך א סאמיט וואס קומט פאר קומענדיגע מאנאט אין פאריז זענען געלאדענט געווארן איבער 100 וויכטיגע וועלט פירער, אבער פרעזידענט טראמפ האט נישט באקומען קיין איינלאדענונג.

בילד: נאך אנשלוס פון סיריע: אמעריקע איז די איינציגע לאנד נישט אנגעשלאסן אין פאריזער אפמאך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל