אלבאני – אויסער די וואלן פאר פארשידענע קאנדידאטן און פאליטישאנס, האבן וויילער איבער ניו יארק סטעיט אויך דינסטאג געשטימט אויף דריי רעפערענדום פראגעס. די הויפט פראגע איז געווען אויב מען זאל אויטאריזירן א סטעיט קאנסטיטוציאנאלע קאנווענשאן (מען שטימט אויף דעם איינמאל אין 20 יאר) וואס וואלט געגעבן די געלעגנהייט פארצושטעלן פארשידענע ענדערונגען צו דער סטעיט קאנסטיטוציע, וועלכע די וויילער האבן צוריקגעוויזן מיט דער איבערוויגנדער מערהייט פון 83 צו 17 פראצענט. די צווייטע פראגע איז געווען צו ערלויבן פאר ריכטער גענצליך אדער טיילווייז אוועקנעמען די פענסיע געלטער פון קארופטירטע סטעיט פאליטישאנס, אויב זיי ווערן געפונען שולדיג אין א פעלאני פארברעכן. דער פארשלאג איז באשטעטיגט געווארן מיט דער מערהייט פון 73 צו 27 פראצענט. די דריטע פראגע איז געווען צו געבן די רעכט פאר לאקאלע רעגירונגען צו נוצן 250 עיקערס פון וואלד פרעזערווירטע לאנד פאר געוויסע פראיעקטן. דער פארשלאג איז באשטעטיגט געווארן מיט דער מערהייט פון 52 צו 48 פראצענט.

בילד: ניו יארקער רעפערענדומס רעזולטאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל