אין וואס עס שיינט צו זיין א באשיינפערליכע פרואוו צו ״געווינען״ דאס הארץ פונעם אמעריקאנער פרעזידענט טוט דער כינעזער פרעזידענט נישט שפארן קיין ווערטער צו פערזענליך קאמפלימענטירן און אויסלויבן דעם אמעריקאנער פרעזידענט, און אזוי אויך טוט פרעזידענט טראמפ עפנטליך אויסלויבן און באדאנקן פרעזידענט טשי. און ווי עס שיינט קומט פאר א ״קאמפלימענט״ קאנקורענץ ווער עס וועט מער אויסלויבן דעם צווייטן.

ווי דער פרעזידענט גייט און קומט באקומט ער גאר א ווארימע און קעניגליכע אויפנאמע, און אזוי אויך באקומט ער פערזענליכע ״אטענשאן״ ביים עפנטליכן ״סטעיט דינער״ וואס די כינזערע רעגירונג האט אראנזשירט פאר׳ן פרעזידענט זענען געווארן אויפגעשפילט ווידיא קליפס פונעם פרעזידענט אייניקל ווי זי רעדט אין די כינזעזער שפראך מאנדארין, און נאך ענליכע אזעלכע חנופה שטיקלעך.

דער פרעזידענט איז פארשטייט זיך גאר צופרידן און טוט זיך לאזן הערן נאכאנאנד איבער די ״אומגלויבליכע פריינטשאפט״ צווישן אים און פרעזידענט טשי, און טוט אים באצייכענען אלס ספעציעלער מאן. קוועלער אין די אדמינסטראציע האבן געזאגט פאר די פרעסע אז זיי זענען באזארגט אז די כינעזער רעגירונג ווייסט אז דורך פערזענליכע חנופה קענען זיי מאניפולירן דעם פרעזידענט און האבן אויסגעדריקט זארג אז דאס וועט שטערן פאר אמעריקע צו באקומען אן אויבערהאנט אין די עקאנאמישע פארהאנדלונגען וועלכע קומען פאר צווישן די לענדער.

דער טאן וואס דער פרעזידענט נוצט איז גאר אנדערש פון זיין היציגע אנטי-כינזערע רעטאריק וואס ער האט גענוצט ביים קאמפיין, ווען ער האט געזאגט אז ״כינע טוט בארויבן אמעריקע״. דער פרעזידענט האט אין א רעדע אין כינע אויסגעלויבט זייער ביזנעס און האנדלס סיסטעם און האט געזאגט איבער דעם האנדלס דעפעציט אז ״איך פארשטיי זייער גוט כינע, זיי האבן אויסגענוצט די שוואכקייט פון די פריערדיגע אדמינסטראציעס, מען קען זיי נישט באשולדיגן פאר׳ן דינען זייער אייגענע אינטערעסן״.

בילד: פרעזידענט טראמפ און כינעזער פרעזידענט טוישן אויס עפנטליכע לויב ווערטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל