וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער שטייער רעפארם ביל האט זיך נעכטן שטארק פאראויסגערוקט, ווען דער סענאט בודזשעט קאמיטע האט עס באשטעטיגט, און דערמיט איז עס אפיציעל געשיקט געווארן צום גאנצן סענאט פאר אן אפשטימונג. דאס אז דער בודזשעט קאמיטע האט עס באשטעטיגט, ווערט געווענליך באטראכט סתם אלס א פשוט'ער טייל פונעם פראצעדור, אבער דאסמאל איז עס געווען א זאך אויף וועלכע מען האט שטארק געקוקט, וויבאלד אויף די קאמיטע זיצן צוויי רעפובליקאנער סענאטארן, ראן דזשאנסאן און באב קארקער, וועלכע האבן שוין אויסגעדריקט אין די לעצטערע וואכן קעגנערשאפט צום ביל. למעשה האבן סיי דזשאנסאן און סיי קארקער געשטימט פאראויסצורוקן דעם ביל צום גאנצן סענאט פאר אן אפשטימונג, און יעצט האפט דער רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל אז אויף מארגן דאנערשטאג וועט מען אפהאלטן אן אפשטימונג, מיט דער האפענונג אז ס'וועלן זיין 50 רעפובליקאנער שטימען דערפאר.

בילד: שטייער רעפארם ביל רוקט זיך פאראויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל