נישט נאר וואס מאנטריאל נעמט איבער קאנאדא'ס ריעל עסטעיט פלאטפארמע בשעת טאראנטא וואקלט זיך אביסל, נאר די קוויבעקער הויפטשטאט איז אויפ'ן וועג צו פארלירן די אייראפעאישע אטמאספערע אין אויסטויש פאר א מאנהעטן-ברוקלין האריזאנט.

אויב מ'גייט נאך ריעל עסטעיט באריכטן, וואס צייגן אז מאנטריאל וואקסט גאר דראמאטיש פון חודש צו חודש. בלויז פאריגן מאנאט איז האוזינג סעילס און פרייזן געשטיגן מיט רעקארד ציפערן. קאנדא טראנזאקציעס זענען מערסטנס געשטיגן, איבער 19%.

טאראנטא, גלייכצייטיג, האט געזען א שטארקע טראסק אין האוזינג סעילס. געוואנדן אין וועלכע קאטעגאריע, זענען האוזינג סעילס געפאלן אזוי שטארק ווי 25 ביז 41 פראצענט, זאגן באריכטן.

בילד: טאראנטא באבל לויזער, אבער מאנטריאל האוזינג וואקסט שטארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל