אויב ער איז געשעדיגט געווארן, האט ער אריינגעקראכט אין די ריכטיגע פלאץ...

אַן ארויס-פון-קאָנטראָל ווען האט אריינגעקראכט אין אַ מעדיצינישע סופליי געשעפט דאנערשטאג, און האט - בדרך נס - קיינעם נישט געשעדיגט.

דער דרייווער פון דער ווייסע קאָנטראַקטאָר ווען באט פארלוירן קאָנטראָל אויף די 20'סטע עוועניו. נאָענט צו די 75'סטן סטריט אין בענסאָנהורסט בערך 11:20 צופרי, און צוקלאפט צוויי קאַרס איידערן קריינפארן אין די פראָנט פון יוניווערסאַל קעיר מעדיקאַל סופּלי.

די פייערלעשער וואס זענען געקומען צום אינצידענט, האבן געפונען די ווען האַלב אריין און האַלב ארויס פון די געשעפט ווי געפלעפטע ארבייטער האבן זיך צוגעקוקט.

די וואונדן זענען געווען מינימאלע און זענען באהאנדלט געווארן אויף די סצענע, האבן באאמטע געזאגט.

דער דרייווער איז נישט אנגעקלאגט געווארן.

בילד: ווען זעצט אריין אין מעדיקאַל סופּליי געשעפט אין ברוקלין

בילד: ווען זעצט אריין אין מעדיקאַל סופּליי געשעפט אין ברוקלין

עקסקלוסיווע באריכט צו אידישע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל