קאָרנוואָל. — דעם פאַרגאַנגענעם דאָנערשטאָג, האָבן באַאַמטע פון די געשלאָסענע עמוירדזשענסי–דעפּאַרטמענט אין "סט.–לוק'ס קאָרנוואָל שפּיטאָל" געמאָלדן די עפענונג פון אַן "אָפּען עקסעס פּריימערי–קעיר", וואָס וועט צושטעלן "עירדזשענט קעיר".

דער שפּיטאָל פּרעזידענט קוסעק-מעקגוירק האָט געזאָגט, אַז דאָס וועט נישט זיין גענוי אין די זעלבע שטאַפּל פון אַן עמוירדזשענסי–רום, אָבער וועט זיין אַ נייער צוגאַנג צו ערמעגליכן באַלדיגע "עירדזשענט קעיר" אין די קאָרנוואָל געגנט. ער האָט ערקלערט, אַז זיי גייען דורך אַ ריכטיגע פּראָאַקטיווע מאָדעל פון באַפעלקערונג געזונט.

אסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי — וועלכער האָט באַקעמפט קוסעק-מעקגוירק ווען עס איז געמאָלדן געוואָרן די שליסונג פון די עמוירדזשענסי–דעפּאַרטמענט — האָט אים יעצט אויסגעלויבט פאַר נישט אויפגעבן און צוריקשטעלן די נויטיגע באַהאַנדלונג. סקאָופיס האָט געזאָגט, אַז דאָס האָט נאָכגעפאָלגט צענדליגער נאָכאַנאַנדיגע מיטינגען, קאָנפערענץ–קאָלס, דיסקוסיעס אא"וו, "צו דיסקוטירן וואָס מיר האָבן היינט דאָ געמאָלדן".

אויך דער טאַון–אָוו–קאָרנוואָל סופּערווייזער ריטשערד רענדעזאָו האָט איינגעשטימט מיט אים. "עס איז אַ גרויסער דיעל פאַר די קאָמיוניטי ווייל מענטשן האָבן מורא געהאט — ווען די עמוירדזשענסי–רום האָט זיך פאַרמאַכט — וואו וועלן מיר גיין, וואָס וועלן מיר טאָן אויב עפּעס געשעט, דעריבער דורך דעם אָפענעם באַגריף פאַר צוטריט אויף אַן עירדזשענט–קעיר שטאַפּל, מיט די בעק–אַפּ שטיצע פון לאַבאָראַטאָריע סערוויסעס, וועלן מענטשן האָבן אַ באַקוועמע שטאַפּל אַז זיי וועלן האָבן אַ פּלאַץ וואו צו גיין אין פאַל פון אַן עמוירדזשענסי", האָט ער געזאאָגט.

קוסעק-מעקגוירק זאָגט, אַז זיי שטעלן זיך נישט אָפּ מיט דעם, און די "אָפּען עקסעס פּריימערי–קעיר" איז בלויז "איין טייל פונעם גרעסערן בילד".

די עמוירדזשענסי–רום אין קאָרנוואָל איז גענצליך געשלאָסן געוואָרן דעם פאַרגאַנגענעם יאַנואַר– 12 , נאָך חדשים פון געשפּרעכן איבער ענדיגן עמוירדזשענסי סערוויסעס אין די קאָרנוואָל–אָפּטיילונג. די עמוירדזשענסי–רום איז געווען באַשטימט זיך צו שליסן אין אָקטאָבער, אָבער דער דאַטום איז אָפּגעשיבט געוואָרן, נאָכדעם וואָס איינוואוינער און ערוועלטע באַאַמטע האָבן אויסגעדריקט קעגנערשאַפט צו די שליסונג.

לויט די שפּיטאָל אינפאָרמאַציע, האָט די קאָרנוואָל עמוירדזשענסי–רום געזען אַ דורכשניט פון ווייניגער ווי צוויי פּאַציענטן פּער שעה. אין יולי האָט סט–לוק'ס אַרויסגעגעבן אַ פּרעס–רעליעס וואָס זאָגט, אַז די שליסונג וועט אויך העלפן דעם שפּיטאָל צו שניידן קאָסאטן און דאָס "אויסגראָדן" מיט העלט–קעיר רעפאָרם גאַנג.

סטעיט אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי וועלכער האָט אין לויף פון די לעצטע 3 יאָר באַקעמפט די שליסונג האָט דעמאָלט דערקלערט, אַז ער וועט אַרבעטן מיט פּראָוויידערס האָפענטליך צו עפענען אַ 7/24 אוירדזשענט–קעיר. אויך די שפּיטאָל זעלבסט האָט געזאגט אין איר דעמאָלסדיגע מעלדונג, אַז זי וועט אויסברייטערן צוטריט צו פּריימערי–קעיר און אַנדערע נישט-עמוירדזשענסי סערוויסעס אין די קאָרנוואָל–קעמפּוס, אַריינגערעכנט קענסער סערוויסעס וואָס ווערט צוגעשטעלט דורך איר "ליטמען קענסער צענטער".

בילד: "סט.–לוק'ס קאָרנוואָל" עפענט "אָפּען עקסעס פּריימערי–קעיר" צו ערזעצן געשלאָסענעם עמוירדזשענסי–דעפּאַרטמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל