אילינאי — פראקורארן אין אילינאי האבן נעכטן געמאלדן אז די ברייטע אויספארשונג אויף דער שיקאגאער פאליציי דעפארטמענט איבער דער שיסעריי און מארד פון א שווארצן יוגנטליכן, איז געשלאסן, נאכדעם וואס 3 פאליציי באאמטע זענען געפינען געווארן שולדיג פארלאפענעם פרייטאג. די שולד אורטיילן קעגן דזשאסעף וועלש (Joseph Walsh), דעיוויד מארטש (David March) און טאמעס גאפנעי (Thomas Gaffney), שטאמט פון דער שיסעריי וואס דער ווייסער אפיציר דזשעיסאן וואן דייעק (Jason Van Dyke) האט דורכגעפירט אין יאר 14' אויפן שווארצן יוגנטליכן לאקווין מעקדאנעלד (Laquan McDonald) – וואס די שיסעריי האט געברענגט נאציאנאלע אויפברויז. די 3 זענען געפינען געווארן שולדיג אויף קלאגעס אז זיי האבן פאלש דערציילט פאר די אויספארשער אז מעקדאנעלד האט געפאכעט מיט א מעסער אויף וואן דייעק, ווען אין רעאליטעט האט א ווידעא, פובליצירט א יאר נאך די שיסעריי, קלאר געצייגט אז מעקדאנעלד האט בלויז געהאט א קליינעם מעסער אין דער האנט און האט בכלל נישט געפאכעט דערמיט אויפן אפיציר, נאר האט געהאלטן אינמיטן אוועקשפאצירן פון די אפיצירן ווען וואן דייעק האט אים געשאסן 16 מאל און אומגעברענגט.

בילד: דזשאסעף וועלש (Joseph Walsh), דעיוויד מארטש (David March) און טאמעס גאפנעי (Thomas Gaffney)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל