אויסער די אמעריקאנער קאנסטיטוציע אויף וועלכע די אמעריקאנער דעמאקראטיע איז באזירט פארמאגן אויך רוב שטאטן א קאנסטיטוציע, און ניו יארק איז נישט קיין אויסנאם, אבער ניו יארק האט אן אויסנאם מיט דעם וואס איינמאל אין 20 יאר געט עס פאר די איינוואוינער א געלעגנהייט צו שטימען אויב זיי ווילן פאררופן א ספעציעלע קאנווענשאן צו טוישן דעם סטעיט׳ס קאנסטיטוציע, אין די פארגאנגענהייט האבן ניו יארקער בלויז איינמאל געוועלט צו איבערמאכן דעם קאנסטיטוציע, אין יאר 1938 ווען מען האט געגעבן מער רעכט פאר די סטעיט רעגירונג צו פארפיגן איבער וועלפעיר און מעדיקעיד.

פילע אנטי-קארופציע גרופעס האבן קאמפיינט פאר די קאנסיטוציע קאנווענשאן און געזוכט צו אריינליייגן מער אנטי-קארופציע געזעצן אין די קאנסטיטוציע און טוישן דעם קאמפיין פינאנץ סיסטעם, אבער אין די פארגאנגענע וואכן האבן יוניאנס און פארשידענע ארגאניזאציעס געפירט א העפטיגע קאמפיין אז מען זאל שטימען ניין, אויס זארג אז עס וועט טוישן דעם סטאטוס קווא. לויט ווי עס שיינט וועלן די קעגנער האבן א מערהייט און עס וועט נישט זיין קיין טויש אינעם קאנסטיטוציע.

בילד: ניו יארקער וועלן באשליסן איבער איבערשרייבן קאנסטיטוציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל