אידן אין רוסלאנד זענען אויפגעברויז אויף די ארטיגע קריסטליכע גריכיש-אקטאדאקסישע קירכע וועלכע האט אין די טעג אויפגעשטעלט א קאמיסיע צו אויספארשן די היסטארישע אנטוויקלונגען פון די באלשעוויקישע און קאמוניסטישע רעוואלוציעס אין 1918 און ספעציעל די מארד פון די קעניגליכע פאמיליע דער צאר ניקאליי דער צווייטער און זיין פאמיליע וועלכע זענען ערמארדעט געווארן דורך די אויפשטענדלער אין 17טע אין יולי אין די קעלער פון א קירכע ווי זיי זענען פארהאלטן געווארן.

די קירכע האט צוריק אין יאר 2000 - אלס טייל פון די פרישע פאפולאריטעטע וואס די צארישע פאמיליע געניסט אין רוסלאנד - באקרוינט דעם צאר מיט׳ן טיטל ״הייליגער״ און דערמיט דערהויבן זיין היסטארישע ראלע, און געט זיך אפ מיט וואשן זיין נאמען און פארהוילן זיינע פארברעכנס. אצינד טוט די קאמיסיע פארשן די איינצעלהייטן פון די מארד און וואס האט אייגנטליך געפירט דערצו אז די אויפשטענדלער זאלן דערשיסן דעם צאר און די פאמיליע, און צווישן די מעגליכקייטן האט די קאמיסיע געזאגט אז זיי פארשן אז עס איז מעגליך אז ״אידן האבן זיי אומגעברענגט פאר רעליגיעזע צוועקן״ א זאך וואס הילכט אפ דעם אור-אלטן בלוט בלבול.

די באשולדיגונג איז באזירט אויף דעם וואס די מארד איז דורכגעפירט געווארן דורך דעם אידישן באלשאוויק יעקב יאראווסקי, און די קירכע צייגט אן אז יאראווסקי האט שפעטער געזאגט אז ער האט געשפירט אז ער טוט דערביי א ״דערהויבענע זאך״, אבער פארשטייט זיך אז יאראווסקי האט דערמיט געמיינט גאנץ עפעס אנדערש וויבאלד ער איז געווען א פרייער איד. אבער די באשולדיגונג וועלכע קומט פון די העכסטע אינסטיטוציע אין רוסלאנד קען ערוועקן אנטי-סעמיטיזם און פארשידענע ארגאניזאציעס האבן פארדאמט די רעטאריק און געזאגט אז עס איז א מאדערנע איבערשפיל פונעם בלוט בלבול.

בילד:אידישע ארגאניזאציעס: צענטראלע רוסישע קירכע פארשפרייט מאדערנע בלוט בלבול

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל