ווארשא – דער אייראפעאישער קאונסיל פרעזידענט דאנעלד טאסק האט נעכטן געזאגט, אז ער איז שטארק באזארגט איבער די פארשידענע פאליסיס וואס די רעכט-געפירטע פוילישע רעגירונג טוט אריינשטעלן אין קראפט, זאגנדיג אז די פאליסיס זעען אויס ענליך צום "קרעמלין פלאן". אין פוילן רעגירט אצינד די רעכטע "געזעץ און יוסטיץ" פארטיי, וועלכע שלאגט זיך נאכאנאנד מיט'ן אייראפעאישן יוניאן און ספעציפיש מיט'ן אייראפעאישן קאונסיל פרעזידענט טאסק. פילע באשולדיגן אז טאסק פירט פשוט א קאמף מיט'ן געזעץ און יוסטיץ פארטיי, וויבאלד טאסק פלעגט דינען אלס פרעזידענט אין פוילן, בעפאר די פארטיי איז געקומען צו דער מאכט. טאסק'ס ווערטער אז פוילן פאלגט נאך דעם "קרעמלין פלאן", זענען געקומען אין רעאקציע צו א געפעכט וואס אנטוויקלט זיך צווישן פוילן און אוקראינע, נאכדעם וואס פוילן האט נישט אריינגעלאזט א הויכראנגיקן אוקראינער דיפלאמאט, און טאסק באשולדיגט אז פוילן נעמט רוסלאנד'ס זייט אינעם קאמף מיט אוקראינע.

בילד: אייראפע: פוילן פאלגט קרעמלין פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל