בעירוט – דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי, וועלכער האט געמאלדן אז ער ציעט צוריק פון זיין רעזיגנאציע, וואס ער האט געהאט רעזיגנירט אונטער דרוק פון סאודי אראביע, האט נעכטן שארף ארויסגעטרעטן קעגן דער כיזבאלא טעראר גרופע, וועלכע איז אפיציעל א טייל פון דער לעבאנעזער רעגירונג. הארירי האט געזאגט אז ער וועט נישט אקצעפטירן און צולאזן אז כיזבאלא זאל טאן פארשידענע שריט "וועלכע אפעקטירט אונזערע אראבישע ברידער און צילט די זיכערהייט און סטאביליטעט פון אנדערע לענדער".

ער האט נישט געזאגט קלאר פון וועלכע לענדער ער רעדט, אבער ס'איז אויסגעטייטשט געווארן אז ער נעמט זיך עטוואס אן פאר סאודי אראביע, וועלכע איז שטארק ברוגז אז כיזבאלא איז טייל פון דער לעבאנעזער רעגירונג, וויבאלד כיזבאלא ווערט געשטיצט דורך איראן – סאודי אראביע'ס ארכי-שונא.

הארירי האט אויך געזאגט אז ער צילט צו אינפארסירן א פאליסי אין לבנון, אז דאס לאנד וועט ארויסשטיין פון אלע קאנפליקטן אינעם מיטל מזרח ראיאן.

בילד: דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל