מעין - דער מעין גאווערנאר, פאול לעפעידזש, האט נעכטן געזאגט אז ער וועט נישט אויסברייטערן מעדיקעיד אין זיין סטעיט, טראצדעם וואס וויילער האבן עס באשטעטיגט אין א סטעיט רעפערענדום. אונטער אבאמאקעיר, האבן סטעיטס די רעכט צו געבן מעדיקעיד בענעפיטן פאר די וואס פארדינען ביז 138 פראצענט פונעם פעדעראלן ארעמקייט שטאפל, וואס באדייט 16,000 דאלאר יערליך פאר א סינגל אין מעין. ארום 60 פראצענט וויילער האבן עס באשטעטיגט ביים רעפערענדום ביי די וואלן דינסטאג, אבער לעפעידזש וויל עס נישט איינפירן, זאגנדיג אז עס וועט צוגרונד לייגן דעם סטעיט בודזשעט. ער זאגט אז ער וועט עס נישט דורכלאזן, סיידן דער סטעיט לעגיסלאטור, וואס איז אייניג צעטיילט צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן, טוט עס פולשטענדיג פינאנצירן אינעם בודזשעט אן קיין טריקס. ער זאגט אז פאריגעס מאל ווען מ'האט אויסגעברייטערט מעדיקעיד האט עס געברענגט א דרייפערטל ביליאן דאלאר אין חובות פאר די מעין שפיטעלער. ער זאגט אז די קרעדיט עידזשענסיס וועלן דאונגרעידן דעם קרעדיט ראטע פונעם סטעיט אויב זי פארברייטערט מעדיקעיד. מען שאצט אז לויט'ן נייעם סיסטעם קענען נאך 70,000 מעין איינוואוינער זיין בארעכטיגט פאר מעדיקעיד. אין צוגאב צו די 268,000 מעין איינוואוינער וואס זענען איינגעשריבן אינעם מעדיקעיד פראגראם.

בילד: מעין גאווערנאר אנטזאגט מעדיקעיד אויסברייטערונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל