לאנדאן – די בריטישע רעגירונג איז אין כאאס, און די מאכט פון פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי איז אונטער פראגע–צייכן, נאכדעם וואס א הויכראנגיקע מיניסטארשע איז געווען געצוואונגען צו רעזיגנירן. די בריטישע "אינטערנאציאנאלע הילף" מיניסטארשע פּריטי פּאטאל האט רעזיגנירט פון איר אמט, ווען עס איז אפירגעקומען אז זי האט אפגעהאלטן מער ווי צען זיצונגען מיט מדינת ישראל רעגירונג באאמטע אין לויף פונעם זומער, ווען זי האט דארטן פארברענגט, אן דעם וואס זי זאל אנפרעגן ערלויבעניש פון פרעמיער מיניסטארשע מעי איבער די זיצונגען, און זי האט אויך נישט אינפארמירט מעי איבער די זיצונגען שוין נאכדעם. פּאטאל'ס רעזיגנאציע קומט בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס פארטיידיגונגס מיניסטער מייקל פעלאן האט רעזיגנירט צוליב א פערזענליכן סקאנדאל, און די אלע אנטוויקלונגען צייגן אז טעריסא מעי'ס מאכט און קאנטראל איז זייער אפגעשוואכט, און עס קומט פונקט אין א צייט וואס זי פירט די האקעלע און קריטישע געשפרעכן מיט'ן אייראפעאישן פאראיין איבער'ן ברעקזיט.

בילד: בריטישע רעגירונג אין ערנסטן כאאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל