טראץ א מאסיווע קאמפיין און מאביליזאציע פון תושבי מאנסי זענען די נעכטיגע וואל רעזולטאטן געווען געמישט, און טראץ וואס די היימישע קאנדידאטן האבן שטארק אנגעצויגן אין רעמעפאו, זענען אבער די אלגעמיינע רעזולטאטן פון ראקלענד קאונטי געווען היבש אומגינסטיג פאר די היימישע עסקנים און דעוועלאופערס (זעה לענגערע באריכט), ווען דער אמטירנדער קאונטי עקזעקיוטיוו עד דעי האט געווינען ווידערערוויילונג מיט א שטארק מערהייט, טראצדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין אויפהיצן פיינטשאפט צווישן די אידן אין מאנסי און די אלגעמיינע באפעלקערונג אין ראלקענד קאונטי.

אבער פארט איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד אז די היימיש אינדארסירטע קאנדידאטן אין ראמפאו האבן געוואונען מיט א לענדסלייד. ספעציעל טאון סופערווייזאר קאנדידאט מייקל ספעקט געוואונען מיט 62%, און אזוי אויך טאון קאנסיל קאנדידאטן ר' יצחק אולמאן און ר' דוד וואנונו האבן געוואונען מיט איבערוויגנדע מערהייט קעגן די פרעזערוו רעמעפאו קאנדידאטן.

בילד: תושבי מאנסי נעמען אויף וואל רעזולטאטן מיט געמישטע געפילן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל