טראמפ'ס פלאן צו טוישן פראפערטי, מראטגעדזש, טעקס בענעפיטן, ברענגט גאר-הייסע דעבאטע: גוט פאר "מיר"?

וואשינגטאן. עס איז הימל און ערד און פרעזידענט טראמפ'ס שטייער רעפארם פלאן און די מעלות און חסרונות דערפון אויף פראפערטי שטייערן.

רעפובליקאנער פירער אין וואשינגטאן זענען אויפגעקומען מיט א דראמאטישע שטייער רעדוקציע פלאן אין ווערד פון 1.4 טריליאן דאלאר, געבויט אויף א יסוד פון עלימינירן זייטיגע בענעפיטן און דידאקשענס, און "אויסגלייכן דעם פעלד" ווי גלאטער און אייניגער.

אבער דאס ברענגט שווערע נייעס פאר מיליאנען היים אייגענטומער וועלכע געניסן פון א רייע שטייער הנחות וואס קומען מיט א געקויפטע הויז, איבערהויפט די "דידאקשענס" אויף לאקאלע און פראפערטי שטייערן, און אויף "מארטגעדזש אינטערעסט."

וויבאלד די ערשטע יארן פון א מארטגעדזש באשטייט רוב פונעם חודש'ליכן פעימענט פון אינטערעסט, קען אויסקומען אז אין שטייער-צייט האט מען פון דעם איינס א דידאקשאן פון ערנסטע טויזנטער דאלארן. אזוי אויך ווערט אראפגערעכנט די סטעיט/לאקאלע און פראפערטי שטייערן אלס א "דידאקשען" ביים רעכענען די פעדעראלע שטייערן.

$72 ביליאן אין ניו יארק אליינס

די פלענער צו עלימינירן אזעלכע וויכטיגע שטייער הנחות פאר היים אייגענטומער האט אויפגעברענגט א מאסיווע שטורעם איבער'ן גאנצן ביזנעס און פאליטיק ספעקטרום אין די פאראייניגטע שטאטן. דערווייל הייסט עס יעצט ווי די "מארטגעדזש אינטערעסט" דידאקשען בלייבט יא אין קראפט, צוליב די שטארקע ראטעסטן קעגן עס אוועקנעמען.

אבער אפילו מ'נעמט נאר אוועק די לאקאלע-פראפערטי טעקס דידאקשען, איז עס א שווערע זאך פאר היים הייגנטומער אין ניו יארק. א נייע אפשאצונג פון ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפאלי זאגט אז דאס אליינס קען אוועקנעמען ארום 72 ביליאן דאלאר אין "טעקס דידאקשענס" - בלויז אין ניו יארק.

אין רוב קאונטיס פון ניו יארק סטעיט, האבן היים אייגענטומער געהאט אזעלכע דידאקשאנס פון ארום 10 טויזנט דאלאר א יאר, אבער אין ניו יארק סיטי ביי גאר טייערע הייזער האט עס געקענט ארויף לויפן ביז זעכציג אלפים.

העכערע שטייערן פאר קינדער-געבענטשטע משפחות

דער פלאן אין וואשינגטאן טוט עלימינירן די "פערסאנעל עקזעמפשאן" פאר יעדן "דיפענדענט"
אין שטוב, וואס האלט היינט ביי איבער פיר טויזנט דאלאר. דער פלאן טוט אויך הייבן די "סטאנדארט
עקזעמפשאן" פאר פאמיליעס. אבער ביי קינדער-געבענטשטע פאמיליעס וועט זיך אויסשטעלן א גאר
שטארקע נעגאטיווע קאנסקווענץ און שטייערן קענען ארויפגיין זייער שטארק.

אויך ווערט געשטעלט אן "עקספיירעישאן" דאטום אויף א באזונדערע $300 טשיילד קרעדיט ביז אפאר יאר ארום.

די פארמולא איז אזוי אויסגעשטעלט, אז במשך די יארן טוישן זיך די רעזולטאטן, אפגעזען וויפיל פארדינסטן מען האט. לויט איין אפשאצונג וועלן ביז אראפ יאר זיין העכערע שטייערן פון מער ווי 20 פראצענט פון שוואכע פארדינער אפילו ביי בלויז אזוי ווייניג ווי 50 טויזנט דאלאר א יאר.

אבער די פארמולא קען אויך העלפן הייבן די פער-קינד "טשיילד טעקס קרעדיט," לויט באריכטן פון וואשינגטאן.

די "וועיס ענד מיענס" קאמיטע אין קאנגרעס איז העכסט פארנומען אויסצוארבייטן די פונקטליכע איינצלהייטן פונעם פלאן בעפאר עס קומט פאר אפיציעלע אפשטימונג אין די קאמיטע און נאכדעם אין קאנגרעס.

לויט באריכטן פון וואשינגטאן, ארבייטן די רעפובליקאנער אויף אלע וועגן אז א "טעקס רעפארם" ביל זאל דורכגיין אין די קומענדיגע 1-2 מאנאטן, אפגעזען וואס די קליינע ציפערן זענען. עס איז נאך זייער מעגליך אז מער אדער ווייניגער פון די איינצלהייטן וואס קענען באטרעפן היים אייגנטומער אדער גרויסע משפחות זאלן עווענטועל ווערן מילדער אדער אינגאנצן נישט בארירט.

ווי א נאציאנאלע ריעל עסטעיט פאראיין האט נעכטן געזאגט, "דער רעפובליקאנער פלאן יעצט איז נאר די ערשטע פאזע פון די פארהאנדלונגען."

בילד: א פראפערטי שטייער שטורעם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל