ניו יארק – ניו יארק סיטי אויטאריטעטן האבן נעכטן אנערקענט פארשעמטערהייט, אז עס זענען אריבער לאנגע מאנאטן בעפאר זיי זאלן זיך כאפן אז ס'איז דא א פראבלעם מיט צענדליגער טויזנטער פארקינג טיקעטס וואס פאליציי אפיצירן האבן פארטיילט אין די סיטי. ווי שוין באריכטעט מיט איבער א וואך צוריק, זענען צענדליגער טויזנטער פארקינג טיקעטס אנולירט געווארן און די סיטי האט געמוזט צוריקשיקן מיליאנען דאלארן, נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז פאליציי אפיצירן האבן געשריבן אן אומריכטיגן "פארלעצונג קאוד" אויף די טיקעטס. יעצט שטעלט זיך ארויס אז ריכטער לענגאויס ניו יארק סיטי האבן אין לויף פון די לעצטערע מאנאטן ארויסגעווארפן טיקעטס אין ווערד פון מיליאנען דאלארן, נאכדעם וואס זיי האבן אליינס אויפגעכאפט דעם טעות, אבער ס'האט געדויערט לאנגע וואכן אז די סיטי פינאנץ דעפארטמענט זאל כאפן אז דא איז מעגליך פארהאן א סיסטעמאטישער פראבלעם.

בילד: איבער פראבלעמאטישע פארקינג טיקעטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל