וואשינגטאן – ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי ווארפט אפ די באריכטן אז ער קלערט פון ארויסווארפן דזשעראד קושנער און דעם פרעזידענט'ס טאכטער איוואנקע טראמפ פון ווייסן הויז. דער "ניו יארק טיימס" האט באריכטעט נעכטן אז קעלי האט שוין גערעדט מיט אנדערע הויכראנגיקע ווייסע הויז באאמטע איבער ארויסווארפן קושנער און זיין פרוי ענדע היי יאר, זאגנדיג אז דאס קומט נאכדעם וואס קעלי האט באוויזן שוין אפצושוואכן קושנער'ס נאענטן צוטריט און איינפלוס אויף פרעזידענט טראמפ, גלייך פון ווען קעלי איז אריינגעקומען אלס שטאב הויפט, איבערנעמענדיג רעינס פריבוס. דער טיימס באריכט שילדערט וויאזוי קושנער'ס איינפלוס און סטאטוס אין ווייסן הויז איז ממש אינגאנצן פארשוואונדן געווארן – וואס קושנער'ס פריינט זאגן אז דאס איז צוליב וואס קושנער האט דירעקט אנגענומען א קלענערע ראלע זינט די אינעווייניגסטע קריגערייען אין ווייסן הויז זענען פארשוואונדן געווארן. קעלי האט נעכטן געזאגט פאר'ן טיימס אז די באריכטן זענען נישט אמת, און אז ער האט נאכנישט געטראכט קיין רגע פטור צו ווערן פון דזשעראד און זיין פרוי.

בילד: קעלי זאגט ער האט קיינמאל נישט געקלערט צו ווארפן קושנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל