וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטער ריעל עסטעיט פראיעקט איז אונטערגענומען געווארן אין אמעריקע'ס הויפטשטאט, ווען א פירמע האט געמאלדן אז אינעם קומענדיגן זומער סעזאן וועט זי עפענען א ספעציעלן אנטי-טראמפ האטעל אריינצונעמען מענטשן און פאליטישע אקטיוויסטן וואס ווילן זיך געפינען אין דער הויפטשטאט פאר אפאר טעג צו פראטעסטירן קעגן פרעזידענט טראמפ, אבער זיי האבן מורא אז זיי וועלן דארפן בלייבן נעכטיגן אין גאס. דער “איטאן וואורקשאפ האטעל” וועט פארמאגן 209 צימערן, און כדי צו מאכן זיי אין א גוטמוטיגע שטימונג, וועט דארט געשפילט ווערן א גאנצע צייט פילמען פון פריערדיגן פרעזידענט באראק אבאמא און זיינע בילדער וועלן אראפהענגען פון אלע ווענט...

עקסטער וועלן דארט פארקומען “לעקציעס” און “שטודיע גרופעס” מיט אקטיוויסטן אויפצוארבעטן נייע פאליטישע און סאציאלע געדאנקען. דער האטעל-געדאנק איז די קאפ-שטיק פון קעטערין לאו, די טאכטער פון קאי שאו לא, וואס פירט אן די “לענגהעם” האטעל טשעין גרופע, איינע פון די גרעסטע לוקסוריעזע האטעל אפעראטארן אין דער וועלט.

בילד: אנטי-טראמפ ריעל עסטעיט אין וואשינגטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל