אוקריינע – א בשורה טובה איז אנגעקומען פון דער שטאט ראזלא אין אוקראַינע, אז מען האט באוויזן צו טרעפן אינעם ארטיגן אידישן בית החיים, דער אוהל וואו עס ליגן די צדיקי בית ראזלא. אין דעם אוהל, ליגן נטמן הגאון הקדוש רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע בעל מחבר ספה"ק דעת קדושים ושאר ספרים, איידעם פון הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, און אויך ליגט דארטן זיין שוואגער הרה"ק רבי לייבוש מראזלא זי"ע, און די קינדער דערנאך, וועלכע האבן ממלא מקום געווען ברבנות אין דער שטאט און חסידות ראזלא. בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג, איז דער אוהל געווען א מקום וואו טויזנטער אידן זענען געקומען זיך משטתח זיין און מתפלל זיין, אבער נאך דער קריג האבן עס די קאמוניסטן חרוב געמאכט און באערדיגט אונטער הויפענעס זאמד. כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א און אנדערע רבנים האבן זיך לעצטנס אריינגעלייגט אפירצוזוכן דעם אוהל הקדוש, און מען האט באוויזן צו שאפן א מיליטעריש בילד פון דער לופטן העכער'ן בית החיים, און נוצנדיג דאס בילד מיט פארשידענע רעכענונגען און מעסטונגען, האט מען אנגעהויבן גראבן מיט גרויס זהירות, און אונטער הויפענס זאמד געפונען די פונדאמענטן פונעם אוהל. מ'האט שוין געטראפן קלאר די מציבה פון הרה"ק רבי לייבוש מראזלא זי"ע און מ'ארבעט אפירצוזוכן די אנדערע.

בילד: קברי צדיקים אנטדעקט אין ראזלא, אוקראַינע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל