וואשינגטאן – ענדליך האט די פעדעראלע רעגירונג געמאלדן אז זיי וועלן אונטערנעמען שריט מעגליך איינצוצוימען גאן פארקויף, אין שאטן פון די סעריע בלוטיגע מאסן שיסערייען וועלכע האבן פאסירט אין די לעצטערע מאנאטן. אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט נעכטן געזאגט, אז ער האט פארארדענט אן איבערזיכט אויף די רעגירונג דאטא-באזעס וואס ווערן גענוצט צו אונטערזוכן עמיצנ'ס רעקארד ווען יענער גיט אריין אן אפליקאציע צו קויפן א גאן. דאס קומט נאכדעם וואס דער פארשוין דעווין קעלי האט באוויזן צו קויפן א רעוואלווער אויף א לעגאלן פארנעם, טראץ וואס ער האט געהאט א קלארע קרימינאלע רעקארד, און קעלי האט מיט דעם גאן דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי אין דער טעקסאס קירכע, פון וועלכע 26 זענען אומגעקומען. סעשאנס זאגט אז ער זעט איין אז דער סיסטעם פון אונטערזוכן עמיצנ'ס רעקארד ביים קויפן א גאן דארף פארשטארקערט ווערן, און זיין מעלדונג, אז ער האט פארארדענט אן איבערזיכט, איז באגריסט געווארן פאזיטיוו.

בילד: רעגירונג נעמט "גאן קאנטראל" שריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל