וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער סענאטאר באב קארקער האט געמאלדן אז ער וועט אפהאלטן א ספעציעלע הירינג אויסצופארשן וואספארא מאכט דער פרעזידענט האט צו נוצן נוקלעארע וואפנס. קארקער איז דער פארזיצער פון די סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע, און איז פון די שטערקסטע קריטיקירער קעגן פרעזידענט טראמפ אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי. קארקער זאגט אז פילע סענאטארן זענען באזארגט איבער דעם אז דער פרעזידענט קען אליינס באשליסן ארויסצושיסן א נוקלעארן מיסיל, און ער וויל באטראכטן די מעגליכקייט אז די סענאט זאל טוישן די געזעצן, אז דער פרעזידענט זאל דארפן צוערשט אנפרעגן ביים סענאט בעפאר'ן ארויסשיסן א נוקלעארע וואפן. סענאטאר קארקער'ס שריט אפצוהאלטן דעם פארהער, ווערט באטראכט אלס א קלארע טשעפע אין ריכטונג פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער איז אין לויף פונעם קאמפיין פאראיאר אראפגעריסן געווארן אלס עמיצער וועמען מ'קען נישט געטרויען מיט די נוקלעארע וואפנס קאודס.

בילד: קארקער טשעפעט טראמפ איבער נוקלעארע מאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל