די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנעלע בודשעט אפיס האט ארויסגעגעבן א פרישע אפשאצונג איבער די שטייער שניטן ביל וועלכע ליגט אויפ׳ן טיש פון סענאט, און לויט איר באריכט וועט די געזעץ אין איר יעצטיגע פארעם גאר שטארק שעדיגן ארימע אמעריקאנער פאמיליעס, טראצדעם וואס עס דערלאנגט סובסטאנציעלע שניטן פאר די וועלכע פארדינען איבער 100,000$ א יאר, וועט דאס אבער אין די זעלבע צייט קומען אויפ׳ן חשבון פון די נויט באדערפיגע פאמיליעס. און אזוי אויך שאצן זיי אז דאס וועט צולייגן צו די נאציאנאלע דעפעציט אמווייניגסטנס 1.4 טריליאן דאלער איבער די קומענדיגע יאר-צענדליג.

די נייע באריכט דינט אלס שטארקע געווער פאר די דעמאקראטן אין זייער קאמפ קעגן דעם שטייער שניט וועלכע זיי זאגן איז בלויז א מוציא פאר אמעריקעס רייכסטע קאראפראציעס און טוט שאדן מאכן פאר די עקאנאמיע און פאר די אמעריקאנער ארימע און מיטל קלאס. די באריכט צייגט אז ביז עטליכע יאר וועלן אמעריקאנער וועלע פארדינען אונטער 75,000$ א יאר צאלן פיל מער אין שטייערן און העלט קעיר אונטער דעם ביל, און אין די זעלבע צייט וועלכע די שטייערן פון די העכסטע פארדינער דראסטישע געשניטן ווערן. 

די באריכט נעמט אויך אריין אין באטראכט אז די ביל נעמט אוועק די פליכט פאר יעדער אמעריקאנער זיך צו איינהאנדלטן העלט קעיר, וואס באדייט אז די פרייז פון העלט קעיר וועט דראסטיש שטייגן, אויב נעמט מען ארויס דעם טייל פונעם ביל דאן ווערט די בילד אביסל באלאנסירט, אבער עס לייגט נאך אלס ארויף די עיקר לאסט פון שטייערן אויף די ארימע און מיטל קלאס און טוט דראסטיש העכערן דעם נאציאנאלן דעפעציט, ספעציעל נאך יאר 2027 ווען לויט׳ן געזעץ טוט אפלויפן די אינדיווידועלע שטייער קרעדיט׳ס.

בילד: שטייער שניטן וועט וויי טון די ארימע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל