בעיזשינג – די כינעזער רעגירונג האט נעכטן קלארגעשטעלט אז זיי האלטן אז דער בעסטער און גרינגסטער וועג צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט צווישן די מערב וועלט און צפון קארעא, און האבן א שאנס זיך אראפצוזעצן פאר געשפרעכן, איז אויב מ'פעדימט איין א "פריר קעגן פריר" דיעל, וואס באדייט אז צפון קארעא וועט תיכף אפשטעלן צו אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס און סוספענדירן איר נוקלעארן וואפנס פראגראם, נאר אויב די פאראייניגטע שטאטן וועט תיכף סוספענדירן אלע אנגייענדיגע מיליטערישע איבונגען מיט דרום קארעא. פרעזידענט טראמפ האט מיטוואך געזאגט, אז ביי זיינע געשפרעכן מיט'ן כינעזער פרעזידענט, שי דזשינפינג, האט דזשינפינג געהאלטן אז אזא סארט דיעל איז נישט פאסיג, אבער דער כינעזער אויסערן מיניסטער איז נעכטן אנגעפרעגט געווארן דערוועגן, און ער האט געזאגט אז ס'איז נישט אמת, ווייל כינע האלט ווייטער אז דער דיעל איז פארלייפיג די בעסטע אפציע.

בילד: כינע וויל קאנטראווערסיאלן צפון קארעא דיעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל