באַנייט רופן פאַר רוט– 17 אַפּגרעידס

גוישען. — זייענדיג פריש פון זיין ווידערערוועלונג, זעצט פאָר אָרענדזש–קאַונטי עקזעקוטיוו סטיוו ניוהאַוז זיינע באַמיאונגען צו הייבן די קאַונטי'ס עקאָנאָמיע.

ניוהאַוז האַלט אָפּ מיטינגען מיט אַ באָנד–שאַצונג אַגענטור צו פאַרזיכערן די קאַונטי'ס פינאַנציעלע שטאַרקייט. ער האָט געזאָגט, אַז ער איז פארנומען זיך צו באַגעגענען מיט "מודי'ס" באָנד–שאַצונג פירמע, צו דיסקוטירן וועגן די קאַונטי'ס שטאַרקייט, און דורכצופירן אַן עוואַלואַציע באזירט אויף די דיסקוסיעס און באַזירט אויף די פינאַנציעלע באַריכטן. "דאָס איז וויכטיג; דאָס ווירקט אויף די קאָסטן פון באָרגן צו די שטייער–צאָלער", האָט ניוהאַוז דערקלערט.

די מיד-האָדסאָן וואַלי שטייט גוט מיט נידריגע אַרבעטסלאָזיקייט און פילע עקאָנאָמישע אַנטוויקלונג מעגליכקייטן.

*

אין אַנדערע נייעס, האָט דער קאַונטי עקזעקוטיוו באַנייט זיין רוף פאַר באַדייטענדע אויסבעסערונגען צו רוט– 17 פון הערימען צו מאָנטיסעלאָ, נעמענדיג אין באַטראַכט די עפענונג פון די קאַסינאָ אין מאָנטיסעלאָ אָנהויב קומענדיגן יאָר, און די ערוואַרטעטע אויפבוי פון "לעגאָלענד" אין גוישען.

ניוהאַוז האָט אָנגעוויזן, אַז אַ גרויסע פּראָיעקט צו איבערמאַכן די וואודבורי טרואוועי אינטערטשעינדזש איז שוין אַרויסגעגעבן געוואָרן צו בידס.

"דאָס וועט זיין אַ גאָר שנעלן טאָל–סיסטעם. דער קומענדיגער שריט איז צו פאַרוואַנדלען רוט– 17 צו די צוקונפטיגע אינטערסטעיט– 86 ", האָט ניוהאַז באַטאָנט. ער האָט צוגעגעבן, אַז "מיר קענען נישט בלויז זאָגן ניין צו ביזנעסער וואָס קומען אַהער, ווייל עס איז דאָ טרעפיק. מיר דאַרפן אַדרעסירן די טרעפיק אישוס", האָט ער געזאָגט.

ניוהאַז זאָגט, אַז דאָס נעמט אַריין צו צולייגן אַ דריטע לעין אין יעדע ריכטונג אויף רוט– 17.

בילד: סטיוו ניוהאַוז באַנייט רופן פאַר רוט– 17 אַפּגרעידס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל