קאליפארניע – נעכטן איז געווען "סייבער מאנדעי", דער טאג ווען עס זענען דא צו באקומען די בעסטע איינקויף דיעלס אויפ'ן אינטערנעט, און ציפערן וועלכע זענען נעכטן נאכמיטאג פובליצירט געווארן, צייגן אז - ווי נעכטן באריכטעט - דער היי-יעריגער סייבער מאנדעי וועט זיין דער גרעסטער אנליין איינקויף טאג אין היסטאריע. "אדאובי אנאליטיקס" זאגט אז דער היי-יעריגער סייבער מאנדעי וועט האבן געברענגט א סך הכל פון 6.6 ביליאן דאלער אין פארקויפונגען, וואס איז מער ווי די 5.6 ביליאן דאלאר אין פארקויפונגען ביים פאראיאריגן סייבער מאנדעי. "אדאובי" האט אנגעצייגט אז היי יאר זענען בכלל נישט געווען אזויפיל גוטע דיעלס און עכט-ביליגע פראדוקטן צו קויפן, אבער אינדוסטריע עקספערטן האבן געזאגט אז דאס איז בלויז ווייל געשעפטן און וועבסייטס ווילן געבן קלענערע דיסקאונטס און ענדערש אנהאלטן די דיסקאונטס פאר עטליכע וואכן, נישט בלויז אין די טעג ארום סייבער מאנדעי.

בילד: היסטארישע סייבער-מאנדעי איינקויף ציפערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל