נאך א צייט אפשניט פון 5 וואכן וואס די רעזשים אין צפון קארעא האט זיך צוריקגעהאלטן פון דורכפירן נוקלעארע פראבעס האט די רעזשים היינט ווידער דורכגעפירט א פראבע מיט א באליסטישע מיסיל. דאס טוט אפשוואכן די האפענונג אז די לעצטע אפהאלט פון די רעזשים קען דינען אלס אן אנפאנג פאר פארהאנדלונגען. די מיסיל האט געלאנדעט אין די יאפאנעזער ים, נאכ׳ן פליען איבער טויזנט קילאמעטער.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס דער מיניסטער טשאָ מיאנג-דשאָן פון דרום קארעא האט פארעפטנליכט די רעזולטאטן פון א אינערליכע אויספארשונג וואס עקסעפערטן פון זיין רעגירונג האבן דורכגעפירט אין וועלכע זיי זענען געקומען צום אויספיר אז צפון קארעא שטייט אייגנטליך פיל נענטער ווי מען האט געמיינט צו זיין א נוקלעארע מאכט מיט די פולע מעגליכקייט צו גרייכן אמעריקע. און אז זיי וועלן שוין האבן פארפולקאמט זייער פראגראם ביז קומענדיגע יאר, און נישט ביז 2-3 יאר ווי מען האט געמיינט פריער.

בילד: צפון קארעא פייערט פרישע באליסטישע מיסיל צום ערשטן מאל אין צוויי מאנאטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל