וואלן ווערן היינט אפגעהאלטן איבער גאנץ אמעריקע פאר די לאקאלע און סטעיט פאזיציעס, און פאליטישע אנאליסטן קוקן ארויס אויף די רעזולטאטן וועלכע וועלן זיין אן אנדייטונג איבער וועלכע פארטיי האט זיך פארשטארקערט אין די יעצטיגע פאליטישע קלימאט. אבער ספעציעל ווערט נאכגעפאלגט די גאווערנער פארמעסטן אין ניו דשערזי און אין ווירדשיניע, ווי ביידע פארטייען האבן העפטיגע קאמפיינט צו אריינשטעלן זייער קאנדידאט נאכדעם וואס צוליב טוירם לימיטס קענען די אמטירנדע גאווערנערס נישט לויפן פאר נאך א טערמין.

אין ניו דזשערזי זעהט אויס אז דער דעמאקראטישער קאנדידאט פיל מוירפי - א געוועזנער באנקיר און א דיפלאמאט אונטער פרעזידענט אבאמא - וועט שטארק געווינען קעגן דעם רעפובליקאנער דעפיוטי גאווערנער גואדאגאנא וועלכע ליידט פון די שטארק אומפאפולאריטעט פון איר אויבערהאר קריס קריסטי וועלכער פארלאזט זיין פאזיציע מיט א צופרידנהייט ראטע אין די איינצעלע ציפערן.

אין ווירדשיניע ווידער איז דא א גאר שמאלע און אנגעצויגענע פארמעסט צווישן דעם רעפובליקאנער פרא-טראמפ קאנדידאט עד גילעפסי און דער דעמאקראטישער לויטענאנט גאווערנער ראלף נארדעהם, די ארטיגע וואלן קוקט אויס צו זיין א רעפערענדום איבער פרעזידענט טראמפ וועלכער האט פארלוירן די סטעיט פאראיאר, און א פארלוסט דארט ווען זיין א טויט קלאפ פאר די דעמאקראטישע פארטיי, סיי צוליב די מאראלישע קלאפ און סיי צוליב דעם וואס דער גאווערנער האט א מאכט צו פארעמען די רי-דיסטריקטינג פון די סטעיט און העלפן די דעמאקראטן געווינען מער קאנגרעס זיצן.

בילד: העפטיגע גאווערנער פארמעסטן אין ניו דשערזי און ווירדשיניע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל