היינט דאנערשטאג האבן די רעפובליקאנער אין קאנגרעס אפגעצייכענט א ערנסטע זיג מיט׳ן באווייזן צו באשטעטיגן א מאסיווע פעקל פון שטייער שניטן אין די ווערט פון ארום 1.5 טריליאן דאלער ביז די ענדע יאר.

עס איז די ערשטע ערנסטע לעגיסלאטיווע טריאומפ זינט די אנהייב פונעם טראמפ עפאכע. ביי די אפשטימונג האבן 227 רעפובליקאנער געשטימט דערפאר קעגן בלויז 205 קעגנער, אריינגערעכנט 13 רעפובליקאנער, און קיין איין דעמאקראט האט נישט געשטימט דערפאר.

עס הערשט א זעלטענע פאראייניגונג אין אלע פראקציעס פון די פארטיי ארום די שטייער רעפארם, און אפילו די וועלכע האבן געשטימט דערקעגן האלטן זיך צוריק פון עס קריטיקירן עפנטליך, די ביל איז א שטארקע זיג און פילע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן זענען שטארק אנגעוויזן אויף די שטייער ביל צו קענען צייגן אז די פארטיי קען פאקטיש אדורכפירן לעגיסלאציע.

אונטער דעם ביל איז אריינגעלייגט געווארן אין די לעצטע מינוט א סטעיט און פראפערטי שטייער רעדוקציע, צו צופרידנשטעלן די פארשטייער פון די סטעיטס מיט הויכע שטייערן און מיט פראפערטי שטייערן, די רעדוקציע וועט גיין ביז 10,000$. אבער די סענאט ביל טוט גענצליך אויפלעזן אלע רעדוקציעס פאר סטעיט און פראפערטי שטייערן.

פאר די אפשטימונג איז דער פרעזידענט אראפגעקומען אין קעפיטל היל צו מוטיגן די רעפובליקאנער צו עס אדורכפירן, דער פרעזידענט איז אין די לעצטע פאר וואכן געווען שטארק פארמישט אין צונויפברענגען די פארטיי ארום דעם ביל. נאכדעם וואס קאנגרעס האט עס באשטעטיגט האפט די אדמינסטראציע אז די ביל וואס ליגט אין סענאט זאל אויך לייכטערהייט אריבערגיין. אויב גייט עס אריבער אויך אין סענאט דאן וועט א ספעציעל קאמיטע פארגלייכן די צוויי ווערסיעס און אויסארבייטן די דיפערענצן.

בילד: רעפובליקאנער אין קאנגרעס צייכענען אפ שטארקע זיג מיט אריבערפירן שטייער רעפארם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל