ניו יארק – די ריעל עסטעיט אימפעריע פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ פלאגט זיך גאר שטארק, נאכדעם וואס די ראטעס פון צימערן אין זיינע האטעלן איבער דער וועלט זענען אראפגעגאנגען גאר דראסטיש זינט ער איז איינגעשוואוירן געווארן. לויט א שטודיע, זענען 12 פון טראמפ’ס 13 האטעלן געפאלן אין די צימערן-פרייזן פאר די חדשים יאנואר 17’ ביז יאנואר 18’, אין פארגלייך צו די ראטעס וואס זענען געבעטן געווארן דורך די זעלבע האטעלן איידער ער איז געווארן פרעזידענט. די גרעסטע פראצענטועלע פארלוסט פאר טראמפ'ס האטעל אימפעריע, קען מען זען פונעם פאלגענדן ביישפיל: בעפאר ער איז איינגעשוואוירן געווארן, האט א האטעל צימער פאר צוויי נעכט אין דעם טראמפ האטעל אין לאס וועגאס געקאסט 844 דאלאר, בעת היינט גייט עס פאר אזוי פיל ווייניגער ווי 314 דאלאר.

בילד: טראמפ ריעל עסטעיט אימפעריע געפלאגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל